Mayn tates briv – audio
English follows Yiddish.
אַן אַנדער בילד פֿון רייזל זשיכלינסקיס און איר ביאָגראַפֿיע געפֿינען זיך אין וואָך 3. אַנדערע לידער געפֿינען זיך אין וואָכן 3 און 4.
רייזלס טאַטע האָט טאַקע עטלעכע מאָל עמיגרירט קיין אַמעריקע און די מאַמע איז נישט געקומען ווײַל זי האָט געהאַלטן אַז אין אַמעריקע איז שווער צו זײַן פֿרום.
מײַן טאַטעס* בריװ פֿון אַמעריקע
מײַן טאַטעס בריװ פֿון אַמעריקע
צו מײַן מאַמע —
האָבן זיך שטענדיק אָנגעהױבן:
בעסטע פֿרױ דבֿורה!
און אױב די מאַמע איז געװען די בעסטע,
די שענסטע,
װאָס איז ער עפּעס געלאָפֿן
דרײַ מאָל קיין אַמעריקע?
כ’װײס, כ’װײס,
די מאַמע איז געװען פֿרום,
זי האָט ניט געװאָלט פֿאָרן קיין אַמעריקע
און זען אירע קינדער גײן אַרבעטן דאָרט שבת.
די מאַמע איז געװען פֿרום.
און אפֿשר זאָל איך פֿאָרן קיין שיקאַגאָ
נאָך אַן ענטפֿער?
אױסזוכן דאָרט דאָס בעת־עולם
װוּ מײַן טאַטע רוט אין אַ קבֿר,
און האָט אַ מצבֿה צו קאָפּנס,
אַ שטײן —
און די מאַמע?
דער װינט האָט צעבלאָזן איבער די פּױלישע פֿעלדער
דעם אַש פֿון איר געבײן.
נײַע לידער, ישׂראל־בוך,1993
*בײַ פּוילישע ייִדן קען מען הערן סײַ „טאַטעס” סײַ „טאַטנס”?
MAYN TATNS BRIV FUN AMERIKE
Mayn tatns briv fun Amerike
tsu mayn mame –
hobn zikh shtendik ongehoybn:
Beste froy Dvoyre!
Un oyb di mame iz geven di beste,
di shenste,
vos iz er epes gelofn
dray mol kin Amerike?
Kh’veys, kh’veys,
di mame iz geven frum,
zi hot nit gevolt forn kin Amerike
un zen ire kinder
geyn arbetn dort Shabes.
Di mame iz geven frum.
Un efsher zol ikh forn kin Shikago
nokh an entfer?
Oyszukhn dort dos beys-oylem
vu mayn tate rut in a keyver,
un hot a matseyve tsu kopns,
a shteyn –
Un di mame?
Der vint hot tseblozn iber di poylishe felder
dem ash fun ir gebeyn.
The biography and an earlier photo of Rajzel Zychlinski can be found in post no. 3. Other poems by her can be found in post 3 and 4.
Zychlinski’s father did indeed immigrate to the United States several times and was unable to convince his wife to come. She believed that American was no place for pious Jews.
My Father’s Letters From America
My father’s letters from America
to my mother
always began:
Best of women, Dvoyre!
But if my mother was best,
most beautiful,
why did he run
to America three times?
I know, I know,
Momma was pious,
she wouldn’t move to America
and see her children
work on the Sabbath.
Momma was frum.
Should I go to Chicago
for an answer?
Find the cemetery
where my father rests in his grave?
At his head
he has a stone–
And momma?
Over the fields of Poland blow
the ashes of her bones.
Naye lider. Tel-Aviv, 1993
Translated by Seymour Levitan
English translation copyright Seymour Levitan c 2012