פֿאַר וואָס אַזא “בלאָג”?
דעם 1טן שבֿט 5772 (דעם 25סטן יאַנואַר 2012) איז אַוועק אין דער אייביקייט מײַן טײַערע, זיסע, איידעלע מאַמע, מרים פּערלמאַן צוקער. כאָטש ס’איז אָנגענומען בײַ ייִדן צו זאָגן קדיש 11 חדשים נאָך דער פּטירה פֿון אַ מאַמען אָדער אַ טאַטן און כאָטש איך בין טאַקע אַ מיטגליד פֿון אַ קאָנסערוואַטיווער שול האָב איך עפּעס נישט געפֿילט אַז דאָס זאָל זײַן דער ריכטיקער און נאַטירלעכסטער אופֿן פֿאַר מיר, אַ נישט־גליייביקע, צו פֿאַרהייליקן דעם אַָנדענק פֿון דער מאַמען וואָס איז אויך נישט געווען קיין גלייביקע. נישט געקוקט אויף דעם זאָג איך יאָ קדיש (ניט אין גאַנצן רעגולער) און הגם איך געפֿין אַז סע האָט פֿאַר מיר יאָ אַ זינען דריקט עס ניט אויס דעם תּמצית פֿון ווער איך בין און ווער זי איז געווען.
די מאַמע איז דערצויגן געוואָרן און אויפֿגעוואַקסן אין אַ ייִדיש־וועלטלעכער סבֿיבֿה און איז געווען אַ גראַדואַנטקע פֿון דער י.־ל. פּרץ־שול אין וויניפּעג, קאַנאַדע. זי איז געווען אַ תּלמידה אין דעם ערשטן קינדערגאָרטן דאָרטן וואָס האָט זיך געהאַלטן פֿאַר דעם ערשטן ייִדישן קינדערגאָרטן אין צפֿון־אַמעריקע און האָט דערנאָך גראַדויִרט פֿון טאָגשול, מיטלשול און העכערע קורסן. זי איז געבליבן אַקטיוו אַרום דער שול ווי אַ מאַמע און אַפֿילו שפּעטער אין פֿאַרשיידענע ראָלעס און האָט דערלעבט, צום באַדויערן, צו זען ווי די שול האָט זיך פֿאַרמאַכט.
זי און מײַן טאַטע, מאיר צוקער, ז”ל, האָבן ביידע ליב געהאַט די ייִדשע שפּראַך און קולטור בלבֿ־ונפֿש און האָבן אײַנגעפֿלאַנצט די ליבשאַפֿט אין מיר און מײַן שוועסטער רעכל. איך האָב דעריבער געפֿילט אַז דער בעסטער אופֿן אָפּצוגעבן כּבֿוד איר אָנדענק און איר שטייגער זײַן אַ ייִד מוז זײַן אויף עפּעס אַן אופֿן פֿאַרבונדן מיט ייִדיש.
על־כּן האָב איך באַשלאָסן איר לזכר צו שאַפֿן אַ “בלאָג” מיט ייִדישע לידער וועגן מאַמעס. יעדע וואָך וועל איך אַרויפֿגעבן איין ייִדיש ליד צוזאַמען מיט דער ענגלישער איבערזעצונג. כאָטש איך האָב געמאַכט ווי אויך רעדאַקטירט נישט ווייניק איבערזעצונגען (דער עיקר פּראָזע) האַלט איך זיך נישט ווי אַ גרויסער מומחא וואָס שייך איבערזעצן פּאָעזיע. איך האָף אָבער אַז איך וועל קענען איבערגעבן כאָטש עפּעס פֿון דער שיינקייט און כּוח פֿון די לידער, זאָל זײַן אַפֿילו אומפּערפֿעקטערהייט. טייל פֿון די איבערזעצונגען וועלן זײַן מײַנע, אַנדערע וועלן זײַן פֿון אַנדערע איבערזעצערס. דער מקור וועט אַלע מאָל אָנגעגעבן ווערן. פֿאַר יעדן ליד וועט קומען, וווּ מעגלעך, אַ קורצע ביאָגראַפֿיע פֿון דעם דיכטער. איך וועל זיך באַמיִען אַרויפֿצושטעלן דאָס ליד יעדע וואָך ביז דאָנערשטיק, 9 אַ זייגער אין אָוונט.
דער טיטל
איך האָב באַשלאָסן אַָנצורופֿן דעם בלאָג (הלוואַי וואָלטן מיר געהאָט אַ שענער וואָרט, סײַ אויף ייִדיש סײַ אויף ענגליש) “לידערליכט” נאָך אַ שורה אין ראַשעל וועפּרינסקיס אַ ליד (פֿרום ווי מײַן מאַמע די וואַקסענע קנויטן,/צינד איך מײַנע לידערליכט). איך האַלט אַז דאָס איז אַ פּרעכטיקער מעטאַפֿאָר פֿון ווי אַזוי די מיצווה פֿון ליכטבענטשן איז בײַ דער דיכטערין מגולגל געוואָרן אין דעם, פֿאַר איר, נישט ווייניקער גײַסטיקן אַקט פֿון שרײַבן ייִדישע לידער. כאָטש דאָס איז דאָ נישט געווען דער דיכטערינס כּוונה איז דער טיטל אויך מרמז אויף יאָרצײַט־ליכט. ווי דאָס ערשטע ליד האָב איך טאַקע אויסגעקליבן וועפּרינסקיס “פֿרום”.
שבֿע צוקער
A sheynem dank
Vi sheyn is dayn blog lekoved der tayerer mamen! du zolst mer fun keyn tsar nisht visn, Sheva.
mit hartsike grusn,
dayn
Hene